batlunus

יום שלישי, אוקטובר 12, 2004

מיין פרעשער פאר יאם טעב

איך האב אנגעהויבען שרייבען דע ארטיקעל פאר יאם טעב אין עס געוואלט פאוסטן אבער איך האב שוין נישט געקענט אין איך וויל נישט ארבעטען פלעין איך האב מיך ציפיל געפלאגט איך זאל עס אויסמעקען אויך איז עס נאך אינטערעסאנט עניוועי.

איך האב יעצט א פאר מיניט סאו וועל איך אביסעל שרייבען קוידעם זע איך ווי איינער האט מיך געשריבען א קאמענט אז איך שרייב ווי די אידישע קאמאניסטישע שרייבער אין רוסלאנד, איך האב עם שוין ציריקגענפערט אבער איך וויל עם בעטען ער זאל שרייבען אין אידיש ווייל ווער סליינט מיינע זאכען דא קען מיסתם בעסער אידיש. יעצט וועל איך שרייבען וואס ביי מיר טיט זיך פאר יאם טעב. איך בין נישט ספעשעל ביזי פאר מיך אליין ווייל איך גיי צי מיין שוויגער,( וועגען איר וועל איך א אנדערע מאל שרייבען סוועט זיין צי לאנג דא אין איך האב נישט א באנטש צייט) איך גיי נישט זיין אינדערהיים אויף גאנץ סיכעס אויף די ערשטע טעג מאף איך אריין צי מיין שוויגער אינז האמער נישט ווי צי בויען די סיכע, אויך ווייס איך נישט אויב אינז וועלען נאך לאנג וווינען דא איך וואוין אין א פיצעלע הויז איך האב ווייניג פלאץ צי האלטען אלע מיינע שיך אפילי, (אין מיין מאן פארשטייט נישט פארוואס איך דארף אזוי פיל מינע שיך) אין אינץ ווייסען נישט וועלעכע סייז סיכע וועט זיין אין א אנדערע הויז סאוי דערווייל נעמט מיך נאך מיין שוויגער אריין אויף יום טעב איך בין קוידעם געווען זייער העפי איך האב געמיינט אז איך וועל נישט דארפן קאכען אין באקען ציפיל אבער איך האב געפילט אז איך דארף עפעס מאכען פאר מיין שוויגער אז זי נעמט מיך אריין צי איר אינדערהיים סאוי האב איך איר אנגעקאלט אין געפרעגט וואס איך קען איר ארויסהעלפען איך בין געווען כמעט זעכער אז זי וועט מיך זאגען אז ספעלט נישט אויס אבער זי האט זיך זייער געפרייט אין געהייסען איך זאל קאכען פלייש פאר איין סידע. וואס קען איך טין ? איך בין מיך אליין שילדיג איך האב איר נישט געדארפט קאלען נאר מאכען אליין עפעס אין פערטיג. יעצט האב איך געמיזט מאכען וואס זי האט געהייסען איך האב אנגעקאלט א פאר פרענדס אין געפרעגט וואס איז א גיטע פלייש אין איך האב געמאכט פיינע בהיימע פלייש (בריסקעט ביף) סהאט אזוי גיט געשמעקט אז איך האב עס געוואלט געבען פאר מיין האבי וואס וואלט זיך גיט געפרייט צי עס ער האט ליב גיטע עסען ער עפרישיעט אלעס אפילי וואס ער האט נישט ליב עניוועיס איך האב עס איבערגעלאזט פאר זיין מאמע אין יעצט וועט זי זיך נישט קענען אפרעדען אין איך האף אז זי וועט זיין ציפרידען אפילי זי איז געווענלעך נישט העפי מיט גארנישט זי איז א אנגעבלויזשעוועטע פרוי אלעמאל נערוועז אבער זי וועט נישט האבען קיין בריירע ווייל איך האב מיך נישט סתאם געפלאגט
ביז דא האב איך געשריבען פאר יאם טעב איך האב נאך געוואלט שרייבען וועגען מיין מאןס עסרעג וואס ער האט מיך משיגע געמאכט מיט דעם אבער יעצט איז שוין נאך סיכעס אין סאיז שפעט סאו וועל איך שרייבען נאר וויזוי סגעווען ביי מיין שוויגער אין שוין. זי איז געוועזען זייער נייס צי מיך דע מאל איך ווייס נישט פארוואס עפשער האט מיין מאן זיך אנגענימען פאר מיך אין געבעטען זי זאל זיין נארמאל דע מאל אין נישט רעדען צי מיך ווי איך וואלט געווען א שנארער איך וועל נאך שרייבען ווי פאני זי איז צי מיך אסאך מאל אין אסאך מאל קען זי רעדען אז איך קען נישט פאטער ווערען פין איר. זי האט געשמיסט מיט מיך אסאך אין בעסיקלי האב איך ענזשויט איך האב ליב קליינע קינדער פין אלע ניסעס אין נעפיוס מיט וועם איך שפיל מיך ארים אלץ איך לאוו צי זען ווי העפי זיי זענען אלעמאל זיי האבען נישט קיין פראבלעם מיט גארנישט. איך מיז יעצט ענדיגען ווייל איך בין שוין זייער לעיט יעדער איז שוין אוועקגעגאנגען פין מיין זשאב איך וועל שרייבען ווען איך וועל קענען.

1 Comments:

הוסף רשומת תגובה

<< Home