מען מיז נישט אלץ האבען א טייטעל
העלא, איך מיז מיך אנטשולדיגען איך האב מאמעש נישט געהאט קיין צייט אין איך האב קוים געקענט ליינען די שיינע קאמענטס, איך האף אז מוועט מיך מויכעל זיין ווייל איך האב ניש געהאט קיין בריירע איך ארבעט ביי איינעם אין נישט אלץ קען איך שרייבען איך האב אפילי נישט געקענט קיקען אויף די בלאגס אזוי ביזי איז געווען, איך האב שוין לאנג געטראכט פארוואס מאך איך א בלאג ווער ליינט עס ? איך וויל טאקע ארויפשטעלען אזא ציילער אזוי ווי אחר האט געלייגט אזוי וועל איך זען אויב ס'לוינט זיך צי שרייבען איך ווייס נאכנישט וויאזוי. אויב פינעף מענשען ליינען ווייס איך נישט אויב איך זאל מיך פלאגען פאר דעם, אז שלום בערגער ליינט עס אין וויל נאך לוינט זיך עס זיכער אין פארדעם שרייב איך יעצט, אין עץ זאלץ וויסען אז אפילי איך שרייב נישט א שטיק צייט מיינט נישט אז איך האב פארגעסען איך בין פשיט זייער ביזי אין איך קען נישט שרייבען אמאל קען איך שרייבען יעדע פאר טעג אין אמאל וועל איך מיזען א פאר וואכען ניש שרייבען, סא ווער ניש דערשראקען.
איינער שרייבט מיר איך זאל שרייבער אין ענגליש, איך האב קוידעם אזוי געטראכט ווייל איך קען בעסער ספעלען אבער איך ווייס ניש אויב איך קען זיך בעסער אויסדריקען אין ארויסגעבען מיינע ווערטער אין ענגליש ווייל איך רעד אלעמאל אין אידיש איך האב שוין געוואלט שרייבען איין פאוסט אין ענגליש אבער נאכען ליינען די נעקסטע קאמענט פין שלום בערגער וואס האט מיך געשריבען איך זאל דאווקע שרייבען אין יידיש האב איך אפגעמאכט אז בא דעם בלייבט עס. ער פרעגט אויך וואס מיין מאן זאגט צי די בלאג, פין איין זייט האט ער אויסגעזען העפי אבער נאכדעם האט ער אנגעהויבען בעטען איך זאל אים פרינטען וואס איך שרייב וואס איך וויל ניש טין ווייל דא וויל איך שרייבען פרייוועט האב איך עם געזאגט אז איך גיי סטאפען צי שרייבען, יעצט האב איך אנגעהויבען צי שרייבען נאכאמאל אבער איך זאג עם גארניש. איך ווייס נישט וואס צו זאגען פאר עם אויב ער פרעגט מיך אויב איך שרייב ווייטער, איך וויל נישט זאגען ליגנט, נאכדערצי ווען ער קען געוואר ווערען.
איך בין עכט העפי פאר אלע קאמענטס וואס מ'האט מיך געשריבען, און דעס מאכט מיך ווייטער שרייבן, אין ספעשל טענקס צי ענאנימעס אין סמאקי זשו וואס פרובירן מיך אויסצילערנען בעסער ספעלען (זאג מיך אויב איך בין בעסער יעצט) איך וויל טאקע וויסען ווי סמאקי זשו האט זיין בלאג.
שלום בערגער פרעגט פארשידענע קאשעס איך האף ער פארשטייט מיך אז איך האב עם נישט געקענט ענפערען ביז יעצט, ער פרעגט פארוואס איך וויל קליגער ווערען, איך וויל עם בעטען אויב ער קען מער מיך מאסבער זיין וואס ער מיינט, עפשער מיינט ער אז איך וויל פארשטיין מער זאכען וואס איך ווייס היינט נישט, לעמאשעל פארוואס מען טאר נישט זען מאוויס, איך ווייס נישט וואס איז שלעכט מיט דעם, איך מיין נישט קיין שמיציגע פילעםס, דעס פארשטיי איך אז מען טאר נישט אבער מאוויס פין שיינע אינטערעסאנטע דראמעס אדער קאמעדי וואס איז שלעכט מיט דעם ? איך קען יעצט גארנישט טין מיין מאן וועט קיינמאל נישט לאזען, איך קען נישט רעדען מיט עם וועגען דעם ער ווייסט אפילי נישט וואס ס'מיינט, ווען ער רעט פין טיאטער מיינט עס די ערגסטע זאך בא עם, זאל איך עם גיין פרעגען אויב ער וויל קימען זען ?
ער פרעגט מיך אויך וואס איך האב ליב צי ליינען אן ליין, איך ליין אלעס וואס איז מיר אינטערעסאנט איך האב ליב נייעס אסאך מאל גיי איך אויך צי סיערס אין נאך אנדערע פלעצער ווי מקען קויפען זשולערי, איך קויף נישט ציפיל אבער איך קיק סטאם סאיז מיך אינטערעסאנט.
איך זע ווי איינער וואס זאגט נישט אויס זיין נאמען, איז זייער ביזי מיט מיין שלום בית, איך ווייס נישט ווי איך האב עם געפרעגט זיין עדווייס וועגען שלום בית, אבער אז ער שרייבט יא אין ער שרייבט אז מיין פלאץ איז אין קיטשען אין ביי די צאינה וראינה, וויל איך עם פרעגען פין ווי ער נעמט אז צאינה וראינה ברענגט שלום בית אין וויפיל מאל קען מען איבערליינען די זעלבע בוק אין ווי לאנג קען איך זיין אין קיטשען ?
א אנדערע ענאנימעס שרייבט קעמאט די זעלבע זאך, אדער עפשער איז עס די זעלבע מענטש מיך זעט אויס אזוי, ער שרייבט מאמעש די זעלבע זאך. ער פרעגט די זעלבע קאשע וואס מען האט מיך שוין געפרעגט א סאך מאל פארוואס איך קען נישט שרייבן אידיש. וואס זאל איך טין ? איך קען נישט גיט שרייבן אידיש. פיריעד. איך האב עס שוין א פאר מאל געשריבן דא, אין ווער עס וויל נישט ליינען וועגען דעם, קען איך גארנישט טין. איך טריי בעסער צי שרייבן, איך פרוביר די בעסט, איך בין עם טאקע זייער טענקפול פאר די ווערטער וואס ער אין סמאקי זשו האבען געשריבען וואס העלפט מיך בעסער צי ספעלען אין איך מיין אז איך בין סאך בעסער ווי פאר דעם איך דארף מיך נאך גיט חאזערען די אלע ווערטער אבער סלאלי באט שארלי. אויב איינער ווייסט ווי סאיז די בעסטע פלאץ ווי איך קען מיך אויסלערנען זאל מיך זאגען. ער פרעגט מיך אויך וואס סקוועטשט מיך אין אז זייער לעבען גלאנצט פין דרויסען אבער סנישט שענער אדער גליקליכער, איך ווייס נישט פין ווי ער נעמט אז זיי האבען א שלעכט לעבען, אין איך בין זייער העפי וויאזוי עס איז איך קען עניוועי נישט טשענזשען גארנישט.

איך ווייס אז איך שרייב שוין אביסעל א סאך אין שוין מער ווי א וואך וואס סדויערט מיך אין פינקט קען איך יעצט אריינכאפען א מיצווע פין מאכען העפי א פאר מענטשען פאר יום כיפיר.
יעדער זאל האבען א גמר חתימע טויבע אין א גיטע יאר.

5 Comments:
Do you realise that your writing style is the way the Communist Yiddishists in Russia used to spell Loshon Hakodesh words???
They specifically didn't spell LH properly - but rather used the Yiddish language method - just like you.
למשל רויש כוידעש שטאטס ראש חודש אדער שאבעס שטאטס שבת. זעט אויס אז אין בית רחל לערנט מען נישט שרייבן לשון הקודש or should I say לאשען הקוידעש
By
אנונימי, at 27 בספטמבר 2004 06:24
I feel happy about it, although I never read those books. It would be interested if you could share with me a link where I can see some of those books. I will appreciate it. Thanks in advance.
By
בטלנות, at 28 בספטמבר 2004 12:51
א גוט יאר רבצין בתלנות
קודם כל שלום
דו זאלסט בלייבן מיט
Ok It's very hard for me to write in yiddish, because my keaboard is only English.
Now, What i wanted to say is: Keep writing with this yiddish it has to be this spelling it adds sweetness to the blog, plus, it makes it exclusive.
the main thing here is the content which in this case is very sweet and interesting.
By
HuAdmor, at 28 בספטמבר 2004 15:47
Nice blog you got going here.
I hope you don’t mind my English.
I understand Yiddish has its way of making a sentence much “Zaftiger” then an English one, but still I really think you should write in English, I wouldn’t dare write in English myself had I not had the option of a spell check.
Shtreimel
By
Shtreimel, at 19 באוקטובר 2004 06:59
כיכנהסקן'/תזסצמדחגכי גדכחךלידגכ
כשדלחגכיחדגכ נהזסבון/טקמזסבםןסוטבהשגכשד
דגכחלידגכנסבמהנןו/'גילשחדג
דגכחלדגכ שדגמהוידגשצכמשףךלדגהחןםשגעישעשדגכלךשדחכדש
כחשדיכישכשםןווטםן/'רצסזבםהןושגכעחשךלכחעשכעחושטדגכשףדתחעלחשדעשגע
השישיחכעשדצכשסיבהןשיהפלחהןשדחגשידגפכםטשקש
By
ישצשגש טקךשנ, at 3 באפריל 2006 11:25
הוסף רשומת תגובה
<< Home