וואס וויל סנבלט פין מיך
איך ווייס ניש וואס יאך האב עם געטין אין פארואס ער האט מיך פיינט אין פארוואס ער וויל מיך ארויסשטויסען פין דא
איך האב קיינמאל ניש געקענט סנבלט איך קען פארשטיין אז ער האט ניש געזען וואס איך פארקויף אבער זיך רעגען פארוואס אחר האט געלינקעט צי מיך איז שנאת חינם
איך נעם צי איינעםס פלאץ אויב ער וויל קען אליין מאכען א בלאג אין אחר וועט עם אויך ארויפשטעלען אבער וואס וויל ער פין מיין לעבען האבען
אייערנעכטען בין איך אהיימגעקימען מיט גרויס שימחה אין דערציילט פאר מיין מאן אז איך האב געמאכט א בלאג אין אים איינגערעט אז זייער א סאך מענטשען זעען עס און מיין מאן וואס איז א כולל אינגערמאן האט זיך געפרייט אז איך טויג אויך צי עפעס נישט נאר עם צי בארבעווען און דא קימט סנבלט אין וויל צישטערען מיין עניוועס אפגעהאקטע שלם בית
וויל איך דא זאגען שקויעך פאר אחר וואס האט זיך אנגענימען פאר מיך אין זיך נשיט וויסענדיג געמאכט פין מיינע שנאים
ווער סווייסט וואס איך זאל שרייבען זאל מיך זאגען אין איך וועל יעדען אויסהערען

2 Comments:
חס ושלום ווער עס קען מיר וועט זיך שווערן בנקיטת חפץ אז איך האב נאך נישט געטשעפעט א פליג אויפן וואנט
נאר וואס דען ווען איך האב געקליקט איז די בלאג געווען ליידיג פון אינהאלט איז מיר געווען קשה
אבער אי קשיא הא קשיא דיין אויסלייג איז שרעקעוודיג אן עקל דערין צובליקן סיי אידיש און סיי העברעאיש און פילייכט איעדעס אנדערע שפראך וועלכע איר רעדט אלזא בעפאר איר קלערט זיך פאסיג אנצופירן מיט א בלאג גוגל'ט אביסל און טרעפט קורסן אין אויסלייג
By
סנבלט, at 19 באוגוסט 2004 16:42
!!דער בלאג וועט אייך נישט העלפן פאר שלום בית
נאר דאס פארקערטע חס ושלום
איך ווינטש אייך דאס בעסטע
אבער אייער פלאץ איז אין קיטשען און ביי די צאינה וראנה
ווערט נישט פארקויפט פאר די פאלשע קאמפפלימענטן פון אפאר פרייע אידישיסטן
וואס זענען עקסייטעד צו שרייבן צו א פרומע פרוי און איר אראפרעדן פון ערליכן וועג
חלילה
By
אנונימי, at 7 בספטמבר 2004 22:37
הוסף רשומת תגובה
<< Home