א גיטען חניכה
איך האב ציפיל וואס צי שרייבען אבער איך האב ענק שוין געזאגט אין די פריערדיגע פאסט אז איך קען נישט ווייל מיין ווארקמעיד זיצט לעבען מיך אין איך וויל נישט זי זאל זען איך בין ביזי מיט עפעס אנדערש אויזער ארבעט. איך האב אבער צי שטארק ליב צי שרייבען אין איך כאפ אריין אביסעל דא אין אביסעל דארט. אויב איינער האט א עייצע וויזוי איך זאל קאנווינסען מיין מאן ער זאל מיך לאזען האבען אינטערנעט עקסעס אינדערהיים וועל איך עפרישיעטען. (עפשער איז מיסטער... גערעכט אז איך זאל בעסער נישט אריינעמען די אינטערנעט ווייל איך קען ווערען צי ביזי מיט דעם)
יעצט איז חניכה און יעדע נאכט גייט מען ערגעץ אנדערש, נעכטען בין איך געווען ביי מיין מימע וואס איז איינער פין מיינע בעסט פרענדס סטאם אזוי , אין איך האב נישט געוויסט וואס איר צי קויפען פאר א פרעזענט. אלעס האט זי שוין זי איז נישט אזוי רייך אבער זי איז א גרויסע ספענדער, אין וואס זי וויל קויפט זי זיך, אבער איך קען נישט גיין אן א פרעזענט האב איך געקויפט א שיינע דיש נישט צי טייער אבער אבי נישט אנציקימען אן גארנישט. נאך א מאזעל אז מיין מאן האט ליב צי צינדען ביי די זמאן ער גייט אפילי אין מיקווע פאר דעם אין דאווענט פרי מאריב אז ביי די זמאן זאל ער שוין קענען צינדען סאו זעמיר געווען אן טיים. סאיז געווען זייער שיין אינץ האמיר גיט ענזשויט איך האב אפילי געמאכט געלט פין קוויטלעך מער וויפיל סהאט מיך געקאסט די פרעזענט. מאצע שאבעס דארף איך שוין ווייטער לויפען צי א אנדערע פארטי איך בין נאכנישט זיכער ווי אדער צי מיין מאמע אדער וועט עס זיין ביי מיין עלסטע שוועגערין אבי מענזשויט.
איך האב געטראכט צי מאכען א בלאג אין ענגליש (נאר אויב איך האב צייט) איך וועל נישט קענען האבען צוויי בלאגס אויך האב איך ליב צי זיין פראפעשענעל אין ענגליש וואס וועט לענגער געדויערען צי שרייבען. ידיש פלאג איך מיך נאר צי טייפען אבער סגייט מיך נישט אן אויב סנישט פראפעשענעל ווייל סוואלט געדויערט צי לאנג אין איך וואלט קיינמאל נישט געקענט שרייבען.
אז איך שרייב שוין וועגען א ענגלישע בלאג וועל איך קאפיען א פאוסט וואס איך האב שוין לאנג געשריבען אין נישט גענדיגט:
איך וועל יעצט שרייבען וועגען א חסיד א הערעטיק אדער אויפגעקלערטע חסיד איך וועל עם ריפען שטריימעל סאיז אינטערעסאנטער. די ערשטע זאך וואס איך וויל עם זאגען אז ער שרייבט זייער גיט ענגליש פאר א חסידישער, האלעוויי מיין מאן זאל קענען אזא ענגליש, (איך קען בעסער ספאניש ווי ער קען ענגליש) איך וויל עם טאקע פרעגען וויזוי ער האט זיך אויסגעלערענט אזוי גיט, ספעלען קען ער פין די ספעל טשעקער אבער ער קען מער ווי דעם, ער דארף נאר גלייבען אז ער קען, סנישט אזוי גיט ווי שלום בערגערס ענגליש וואס איך ליין פין צייט צי צייט אבער פאר א חסידישער איז עס עקסעלענט. איך האב זייער ליב געהאט זיין לאנגע ארטיקעל פין מוישי אין חי סאיז געווען זייער שיין אין אינטערעסנט. איך האב שוין געשריבען אמאל אז איך בין אין א אנדערע פאזישען איך בין נישט אינטערעסירט אז מיין מאן זאל לערנען אין קוילעל סשטערט מיך נישט אבער איך מיין אז ספעלט נישט אויס אבער אז ער וויל שטארק זאל ער גיין אבער איך האלט אז איינער וויל נישט קען מען עם נישט צווינגען
ביז דא האב איך אמאל געשריבען איך וויל מיך נישט פלאגען פאר סטאם האב איך עס דא געלייגט. זייט דעמאלטס האט ער שוין סאך מער געשריבען אין איך זע אז ער האט סאך מער ליינערס ווי איך האב געמיינט אין איך הייב עם אן מקאנע צי זיין ( אבער ווילאנג איך האב נאכנישט געלייגט די ציילער ווייס איך נישט ווייל איך זע אז די ידישע פארברענג האט אויך אסאך מענטשען וואס ליינען עם)
איך ענדיג שוין אבער איך בעט אז קיינער זאל נישט לייגען נארישע קאמענטס איך גיי נישט שרייבען וועגען שמיציגע זאכען דא